לדלג לתוכן

היפ האפ

פֿון װיקיפּעדיע

היפ האפ איז א סטיל פון מוזיק וואס האט אנגעהויבן ביי די אפריקאנער-אמעריקאנער און לאטינא-אמעריקאנער געמיינדעס אין די גרויסע שטעט פון די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע. היפ האפ ניצט א סטיל פון זינגען וואס ווערט גערופן ראפ. אין ראפ טוט דער זינגער זאגן ווערטער מיט א ריטעם און גראמען. די היפ האפ קולטור איז נישט נאר די מוזיק נאר אויך די מאדע פון טראגן קליידער ווי למשל לויזע הויזן, לעדערנע ארבעט שטיוול און גרויסע העמדער.