לדלג לתוכן

מיט ראמני

פֿון װיקיפּעדיע
מיט ראמני

מיט ראמני (געבוירן 12טן מערץ, 1947) איז אן אמעריקאנער ביזנעסמאן און פאליטיקער. ער איז געווען דער 70סטער גאווערנאר פון מאסאטשוסעטס, ערוועלט געווארן אין 2002, ראמני האט געדינט איין טערמין ביז 2007, ער איז נישט געלאפן פאר נאך א טערמין.

ראמני איז געווען א קאנדידאט פאר די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן 2008, פאר די רעפובליקאנער פארטיי, און איז אויך אין יאהר 2012 א קאנדידאט. אזוי ווי ער איז געלויפן פאר פיהר יאהר צוריק, דערקענט זיך ווי ער איז גוט צוגעגרייט צו זיין א קאנדידאט, ער ענטפערט צוריק אלע פראגעס שארף און צו דער זאך, דאס דערקענט זיך טאקע, ביז דערווייל הייסט ער דער בעסטער קאנדידאט לויט די פאולס.

ער געהערט צו דער מארמאנישער רעליגיע, און איז דער ערשטער פרעזידענט קאנדידאט וואס געהער צו די רעליגע און לויפט פאר אפיס אין ווייסן הויז.

ביזנעס קאריערע

אין ביזנעס האט ער זיך געמאכט א נאמען אלס איינער וואס געשטעלט אויף די פיס ביזנעסער וואס האבן געהאלטן ביים צוזאם פאלן. ער האט אויך געהאלפן שטעלן אויף די פיס די 2002 אלימפיאדע. און אזוי ווי די עקאנאמיע איז אין די יאהרן זייער שווער, זעהן אסאך רעפובליקאנער אין ראמני ווי ער איז דער בעסטער קאנדידאט צו באזיגן דעם יעצטיגן פרעזידענט באראק אבאמא.