לדלג לתוכן

אונעסקא

פֿון װיקיפּעדיע
ווערסיע פון 02:37, 27 אַפּריל 2013 דורך KLBot2 (שמועס | בײַשטײַערונגען) (Bot: Migrating 1 interwiki links, now provided by d:Wikidata on d:Q7809)
(אונטערשייד) → פֿריִערדיקע ענדערונג | איצטיגע ווערסיע (אונטערשייד) | שפעטערדיקע ענדערונג ← (אונטערשייד)
לאגא פון אונעסקא

אונעסקא (ענגליש: United Nations Educational, Scientific and Cultural Organization - UNESCO) איז די ארגאניזאציע פאר בילדונג, וויסנשאפט און קולטור פון די פאראייניגטע פעלקער. אונעסקא איז געגרינדעט געווארן דעם 16טן נאוועמבער 1945, מיטן ציל פון העלפן צו אינטערנאציאנאלע פרידן און זיכערהייט.

אינגאנצן זענען 195 לענדער מיטגלידער אין אונעסקא. די ארגאניזאציע איז הויפטקווארטירט אין פאריז, פראנקרייך, און האט אנשטאלטן אין פארשידענע לענדער פון דער וועלט.

אונעסקא ארבעט דורך פינף הויפט פראגראמען: בילדונג, נאטירלעכע וויסנשאפטן, סאציאלע וויסנשאפטן, קולטור, און קאמוניקאציע און אינפארמאציע.