לדלג לתוכן

אריזאנע

פֿון װיקיפּעדיע
אריין אין אריזאנע
אריין אין אריזאנע

די אריזאנע איז א שטאַט ביים דרום ברעג פון אמעריקע וואס גרענעצט זיך מיט מעקסיקא. זי איז באוויסט מיט אירע הייסע זומערס און מדבריות. זי איז דער אכט און פערציגסטער שטאט פון די 50 שטאטן. איר הויפט שטאט איז פיניקס. זי ווערט אנגערופן צווישן די שטאטן פון ראקי בערג.

אין אריזאנע געפינט זיך דער רוזעוועלט דאמבע, וואס איז אויפגעשטעלט געווארן צו אויסניצן די טייך וואסערן פאר די פעלדער אין די מדבר'דיגע געגענט.

אין צפון זיין פון אריזאנע געפינט זיך דער גרויסע קעניאן, עס איז איינע פון די מעכטיגסעט און איינדרוקספולע נאטורליכע ערשייננגוען אין דער וועלט, עס באזוכן איהם יערליך הונדערטער טויזענטער באגייסטרחייכע טויריסטן.

דער גרויסער קעניאן איז געווארן פון דעם טייך געלעגער פון דעם קאלאראדא טייך, איינע פון די גרויסע טייכן פון די פאראייניגטע שטאטן, ער גייט ארויס פון די פעלזן בערג און שלענגלט זיך דורך די הויכע בערגלאך פון אריאזאנא, ביז עס גיסט זיך אריין אין מעקסיקא ים אויסגוס, די רוישיגע וואסער פון דעם קאלאראדא טייך האבן אין לויף פון די יאהרן פאראוזכאכט א שטארקער מיטשלעפ, אין די פעלזן, אזוי איז געשוועפן געווארן דער מעכטיגער און וואנדעליכע שיינע קעניאן.

פון דערווייטענס זעהט עס אויס מעכטיג ווי הויכע זיילן, טורעמ'ס און פאלאצן, די שטיינער זענען אין פארשידענע פארבן, אבער רוב זענען די קאליר רויט, עס איז אבער אויך דא געלד ברוינע גרינע און אפילו שווארצע שטיינער, א מענטש וואס דרייט זיך דארט זעהט קלאר און באשיינפערליך די וואונדער פון נאטור, און רופט אויס מיט באגייסטרונג דעם באקנאטען פסוק פון דוד המלך: מה רבו מעשיך ה' כולם בחכמה עשית מלאה הארץ קניניך.

דעמאגראפיע

די באפעלקערונג פון אריזאנע (ריכטיג פאר 2006) איז 6,166,318 איינוואוינער.

עס איז באקאנט פאר די פרומע אידן דאס פארהאלענמעסיג אידיש דערפעל אין אריזאנע וואס הייסט זכריה ברוינער'ס ישוב.

די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע
אהאיאאייאוועאיידעהאאילינויאינדיאנעאלאבאמאאלאסקעאקלעהאמעאריזאנעארעגאןארקענסאדזשארדזשיעדעלעווערדרום דעקאטעדרום קאראליינעהאוואיוואשינגטאןוויאמינגווירדזשיניעוועסט ווירדזשיניעוויסקאנסיןווערמאנטטענעסיטעקסאסיוטאלואיזיאנאמאנטענעמאסאטשוסעטסמישיגןמינעסאטעמיסיסיפימיזורימעיןמערילאנדניו העמפשערניו זשערסיניו יארקניו מעקסיקאנעבראסקאנעוואדאפלארידעפענסילוועניעצפון דעקאטעצפון קאראליינעקאלאראדאקאליפארניעקאנעטיקעטקענזעסקענטאקיראוד איילענד