לדלג לתוכן

ענציקלאפעדישער ווערטערבוך עספעראנטא־יידיש

פֿון װיקיפּעדיע

ענציקלאפעדישער ווערטערבוך עספעראנטא-יידיש איז א ווערטער-ביך וועלכער ערקלעהרט די גראמאטיק און אופן ווי אזוי עספּעראַנטאָ ארבעט, אויף יודיש, באארבעט פין ח. רוסאק אין (געפּלאַהנטע) צוויי בענדער.

עס איז אין געטייפּטע אותיות, און ערשינען דארך פארלאג בית זמנהוף אין ירושלים, עהרשטער באנד אין יאהר ה'תשכ"ט.

דער פאַרפּאַסער שראהבט אין זאן פאהרווארט אז עהר האט אנגעהויבן צו ארבעטן דערויף מיט פינעף-און-דראסיג יאהר פריהער, ווען ער איז געזעסן אין תפיסה אין קאליש.

ער שראהבט אויך אז כאטש פארן עולם וועט זאהן פרעמד די יודישע כללים פין ייווא, וועט ער זיך דאך האלטן דערצו ווי איידער מאכן א מישמאַש פין סטילן.

דער עהרשטער באנד אנטהאלט פין די אות A-M אין א ס"ה פין 382 זייטן.

איבער די שייכות פין עספעראנטא און יודיש, שראהבט עהר ווי פאלגנד:

"א סאך נאענטקייט געפינען מיהר אין די צוויי שפראכן: יודיש און עספעראנטא. ביידע האבן זיי דעהם זעלבן גורל. יודיש, די שפראך מיט איהר פיל אייגנארטיגער זאפטיגקייט און חן, די שפראך אין וועלכער ס'זענען געשאפן געווארן אזעלכע גרויסע קונסט-ווערק - און דאך רעדט מען וועהגן איהר, ווי וועהגן אן "אפשטארבנדיגע". אויך עספעראנטא, וואס האט אזוי פיל לאָגישן גרינט כדי צו שאפן אין איהר און כדי זי זאל עקזיסטיהרן, איז זי אבער דאך נישט ארויס פין איהרע ארעמע דלת אמות און דערוואהל נישט געווארן קאן וועלט-שפראך, נאר א שפראך פין אייניגע מיליאנען."

וועבלינקען