לדלג לתוכן

ענציקלאפעדישער ווערטערבוך עספעראנטא־יידיש

פֿון װיקיפּעדיע

ענציקלאפעדישער ווערטערבוך עספעראנטא-יידיש איז א ווערטערבוך וועלכער ערקלערט די גראמאטיק און אופן ווי אזוי עספּעראַנטאָ ארבעט, אויף יידיש, באארבעט פין ח. רוסאק אין צוויי בענדער.

עס איז אין געטייפּטע אותיות, און ערשינען דורך פארלאג בית זמנהוף אין ירושלים אין יאר ה'תשכ"ט.

דער פאַרפּאַסער שרייבט אין זיין פארווארט אז ער האט אנגעהויבן צו ארבעטן דערויף מיט פינעף-און-דרייסיג יאהר פריער, ווען ער איז געזעסן אין תפיסה אין קאליש.

ער שרייבט אויך אז כאטש פארן עולם וועט זיין פרעמד די יידישע כללים פין ייווא, וועט ער זיך דאך האלטן דערצו ווי איידער מאכן א מישמאַש פין סטילן.

דער ערשטער באנד אנטהאלט פין די אות A-M אין א ס"ה פין 382 זייטן.

וועבלינקען