לדלג לתוכן

ענציקלאפעדישער ווערטערבוך עספעראנטא־יידיש

פֿון װיקיפּעדיע

ענציקלאפעדישער ווערטערבוך עספעראנטא-יידיש איז א ווערטער-ביך וועלכער ערקלעהרט די גראמאטיק און אופן ווי אזוי עספּעראַנטאָו ארבעט, אויף יודיש, באארבעט פין ח. רוסאק אין (געפּלאהנטע) צוויי בענדער.

עס איז אין געטייפּטע אותיות, און ערשינען דאָרעך פארלאג בית זמנהוף אין ירושלים אין יאהר ה'תשכ"ט.

דער פאַרפּאַסער שראַהבט אין זאַן פאָהרוואָרט אז עהר האט אנגעהויבן צו ארבעטן דערויף מיט פינעף-און-דראַהסיג יאָהר פריהער, ווען עהר איז געזעסן אין תפיסה אין קאליש.

ער שראהבט אויך אז כאטש פאַרן עולם וועט זאהן פרעמד די יודישע כללים פין ייווא, וועט ער זיך דאך האלטן דערצו ווי איידער מאכן א מישמאַש פין סטילן.

דער עהרשטער באנד אנטהאלט פין די אות A-M אין א ס"ה פין 382 זאהטן. און ווי עהר שראהבט האפט עהר אז זאהן בן יחיד, דוד, און זאן לעהבנס-באגלייטערען וועלן פארענדיגן די ארבעט וואס עהר וועט אפשר נישט באווייזן צי ענדיגן.

וועהגן דעהם שייכות צווישן עספעראנטאו און יודיש, שראהבט ער ווי פאלגנד:

"א סאך נאענטקייט געפינען מיר אין די צוויי שפראכן: יודיש און עספעראנטא. ביידע האבן זיי דעם זעלבן גורל. יודיש, די שפראך מיט איהר פיל אייגנארטיגער זאפטיגקייט און חן, די שפראך אין וועלכער ס'זענען געשאפן געווארן אזעלכע גרויסע קונסט-ווערק - און דאך רעדט מען וועהגן איהר, ווי וועגן אן "אפשטארבנדיגע". אויך עספעראנטא, וואס האט אזוי פיל לאָגישן גרינט כדי צו שאפן אין איהר און כדי זי זאל עקזיסטיהרן, איז זי אבער דאך נישט ארויס פין איהרע ארעמע דלת אמות און דערווייל נישט געווארן קאן וועלט-שפראך, נאר א שפראך פין אייניגע מיליאנען."


וועבלינקען